[go: nahoru, domu]

לדלג לתוכן

אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "האלאנד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q55 (translate me)
אין תקציר עריכה
שורה 25: שורה 25:

דער [[ראש מלוכה]] איז דער [[האלענדישע מאנארכיע|מאנארך]], היינט די [[מלכה בעאטריקס]].
דער [[ראש מלוכה]] איז דער [[האלענדישע מאנארכיע|מאנארך]], היינט די [[מלכה בעאטריקס]].

היינט צו טאג איז דער קעניג ווילעם אלעקסאנדער וועלכער האט ערזעצט זיין מאמע די קעניגן ביעטרי וועלכער האט געדינט 33 יאר ביזן עלטער פון 75.

== יודן און יודישקייט ==
דער הויפט רב איז הרב בנימין דזשעיקאבס.

די אלטע היסטארישע פארטוגעזישע שוהל וועלכער איז אויפגעשטעלט געווארן אין די יארן נאך גירוש שפאניע, איז נאך אין באנוץ און איז אייגנארטיג צוליב וואס זי ווערט נאך באלאכטן בלויז דורך ליכט אהן קיין עלעקטעריציטעט בכלל.

{{לענדער פון אייראפע}}
{{לענדער פון אייראפע}}

רעוויזיע ביי 14:43, 21 מײַ 2013

האָלאַנד (האלענדיש: Nederland) איז אַ לאַנד אין אײראָפּע, מיט א באפעלקערונג פון מער ווי 16 מיליאן. זײַן הױפּטשטאָט איז אַמסטערדאַם. עס גרעניצט זיך מיט דעם צפון ים צום צפון און מערב, בעלגיע צו דרום און דייטשלאנד צו מזרח. האלאנד איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. די הויפט שפראך אין האלאנד איז האלענדיש, אבער אין צפון פון לאנד רעדט מען אויך פריזיש. אן איינוואוינער פון האלאנד איז א "האלענדער".

די רעגירונג זיצט אין דען האג.

די הויפט טייכן אין האלאנד זענען דער ריין, דער וואַל און דער מאָז.

היסטאריע

דאס לאנד איז געווארן אויפגעשטעלט אין יאר 1581 וואס דאן איז עס געווארן זעלבסטשענדיג פון שפאניע.

עס איז דאן געווארן א מאכט און געבליהט אזש ביז די זיבעצטן יאר הונדערט איז זי שוין געווארן א אימפעריע פאר זיך.

די תקופה ווערט באצייכנט די גאלדענע תקופה פון האלאנד.

נאך דעם וואס נאפאליאן האט עס איינגענומען האט עס צוריקבאקומען זיין זעלבסשטענדיגקייט אין 1815 צוזאמען מיט נאך טעריטאריע וואו עס זענען היינט די לענדער פון בעלגיע און לוקסעמבורג.

בעלגיע האט באקומען זעלבשטענדיגקייט פון האלאנד אין 1830, און לוקסעמבורג אין 1867.

אין דער ערשטער וועלט מלחמה איז זי געווען נייטראל אבער ביי די צווייטע איז זי איינגענומען געווארן דורך די נאציס אין חודש אייר ת"ש און איז באפרייט געווארן אין יאר תש"ה.

עס זענען געווען אסאך חסידי אומות העולם אין האלאנד אבער דאך איז די יודישע געמיינדע אין האלאנד כמעט אינגאנצן פארטיליגט געווארן דורכאויס די צווייטע וועלט קריג.

פאליטיק

האלאנד איז א קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע זייט 1815 און א פארלאמענטארע דעמאקראטיע זייט 1848.

דער ראש מלוכה איז דער מאנארך, היינט די מלכה בעאטריקס.

היינט צו טאג איז דער קעניג ווילעם אלעקסאנדער וועלכער האט ערזעצט זיין מאמע די קעניגן ביעטרי וועלכער האט געדינט 33 יאר ביזן עלטער פון 75.

יודן און יודישקייט